קאָנספּיראָמאַ֜ניעס האָבן תּמיד אַרײַ֜נגעצויגן אָ֜נהענגערס. אין די אַ֜לטע טעג האָט מען ס׳רובֿ געהע֜רט, למשל,וועגן בלו֜ט־בילבו֜לים און די פּראָטאָקאָ֜לן פֿון די זקני־ציון. הײַנט אָבער, מיט דער הילף פֿון דער אי֜נטערנעץ, האָבן זיך פֿאַרשפּריי֜ט אָן אַ שיעור קאָנספּיראָמאַ֜ניעס: דע֜ר גלייבט אַז אַ ייִ֜דישער קאָ֜סמאָס־לאַ֜זער האָט או֜נטערגעצונדן די קאַליפֿאָ֜רניער שׂרפֿות; אַ צוויי֜טער גלייבט אַז די וועלט ליגט אין די הענט פֿון אַ כאָ֜פּטע אינטריגאַ֜נטן פֿון דער באַהאַ֜לטענער מאַכט; און אַ דרי֜טער גלייבט גאָר אין די ווי֜לדע טעאָ֜ריעס פֿו֜נעם קו֜־אַנאָ֜ן. ווי זשע דרייט מען זיך אַרוי֜ס פֿון אַזוי֜נע משוגעתן?
blood libel: דער בלו֜ט־בי֜לבול, ־ים
[DER BLÚT-BILBL, -BILBÚLIM]
climate change denial: דאָס ליי֜קען דעם קלימאַ֜טן־בײַט
[DOS LÉYKENEN DEM KLIMÁTN-BAYT]
climate change denier: דער ליי֜קענער פֿו֜נעם קלימאַ֜טן־בײַט
[DER LÉYKENER FÚNEM KLIMÁTN-BAYT]
For the complete list, click here to go to the archive at “Verter fun der Vokh”
Leave a Reply