נײַע ייִדישע פֿאָלק־שול אין לאָס־אַנדזשעלעס
דער דירעקטאָר פֿון „ייִדישקייט לאָס־אַנדזשעלעס‟, ד״ר ראָבערט פּעקעראַר, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿענטלעכט אַן אַנאָנס, וווּ עס ווערט איבערגעגעבן אַז ייִדישקייט האַלט איצט אין אָרגאַניזירן אַ זונטיק־שול, אויסצולערנען קינדער ייִדיש. עס שטייט אינעם אַנאָנס, אַז די ערשטע לעקציעס וועלן זיך אָנהייבן פֿעברואַר 2014 און אַז מע וועט בײַם אָנהייב האַלטן די קלאַסן איין מאָל אַ חודש, און דערנאָך מער אָפֿט. צווישן די אַספּעקטן פֿון דער לערן־פּראָגראַם, פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון 5 ביז 16 יאָר, וועלן זײַן לעקציעס וואָס לערנען, ווי אַזוי צו לייענען און שרײַבן ייִדיש, מוזיק־וואַרשטאַטן און עקספּעדיציעס, וואָס וועלן לערנען די סאָציאַלע געשיכטע פֿון לאָס־אַנדזשעלעס. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט „ייִדישקייט לאָס־אַנדזשעלעס‟ בײַ http://www.yiddishkayt.org/yiddish-culture-for-kids
ייִדיש־פֿאַרם ווינטער־אולפּן מיט קאָלומביע־אוניווערסיטעט
דער ייִדיש־פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק, וועט פֿונעם 6טן ביזן 16טן יאַנואַר אַדורכפֿירן אַ ייִדיש־אולפּן מיטן ציל צו פֿאַרענדיקן דעם גאַנצן לערנבוך פֿון לילי כּהנס „Colloquial Yiddish‟. די אינטענסיווע פּראָגראַם, אָנגעפֿירט בשותּפֿות מיט קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וועט דעקן דעם עקוויוואַלענט פֿון אַ גאַנצן זמן פֿון ייִדישער שפּראַך אין בלויז צען טעג. די אָנטייל־נעמער וועלן געניסן פֿון שפּילערײַען, פֿילמען, קאָך־קלאַסן, לאַגער־פֿײַערן, און העלפֿן צו פּאַשען די פֿאַרשידענע בעל־חיים, וואָס וווינען אויף דער פֿאַרם. מע וועט פּראַווען שבת, און וועגעטאַריש עסן איז בנימצא. די באַטייליקטע מוזן רעדן בלויז ייִדיש דורכאויס דער גאַנצער פּראָגראַם און אויך פֿאַרענדיקן די ערשטע פֿינף לעקציעס פֿון „ייִדיש־פּאָפּ‟ פֿאַרן אָנקומען אויף דער פֿאַרם. מע וועט אָננעמען אַפּליקאַציעס ביזן 19טן דעצעמבער. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט http://yiddishfarm.com/winterprogram.html
חנוכה־שׂימחה בײַם ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט אַקטיאָרן־קלוב
דעם 4טן דעצעמבער וועט פֿאָרקומען אַ חנוכּה־שׂימחה, אָנגעפֿירט פֿונעם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט אַקטיאָרן־קלוב.‟ בעת דער שׂימחה וועלן די אַקטיאָרן ראָבערט אַבעלסאָן און בערנאַרד פֿינטש פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט „בראָדוויי טרעפֿט זיך מיט סעקאָנד עוויניו‟. פֿײַוויש פֿינקעל וועט דינען ווי דער קאָנפֿעראַנסיע. דער אָוונט וועט זיך אָנהייבן 6:30 אַ זייגער בײַ דער Sutton Place שול (225 איסט 51סטע גאַס, מאַנהעטן). כּדי צו רעזערווירן אַ זיץ־אָרט שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט YAFAC18@aol.com. דער אַרײַנטריט איז 40$.
סטיפּענדיע־פּראָגראַם בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס
דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס וועט אין סעפּטעמבער 2014 ווידער אָנהייבן אַ נײַע סעסיע פֿון זײַן סטיפּענדיע־פּראָגראַם. די פּראָגראַם איז געצילעוועט אויף יונגע מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרענדיקט די ביז־גראַדויִר שול און וואָס קענען שוין אַ ביסל ייִדיש. די פֿיר אָדער פֿינף סטיפּענדיסטן אַרבעטן פֿולצײַטיק בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אויף פֿאַרשידענע פּראָגראַמען ווי, למשל, דאָס צוגרייטן קלאַנג־אַרכיוון, שאַפֿן אויסשטעלונגען, אָנפֿירן מיט טורן, העלפֿן צו לערנען קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך און מאַכן אינטערוויוען פֿאַר דער פּראָגראַם פֿון געשיכטע בעל־פּה. די סטיפּענדיסטן ווערן באַצאָלט 28,000$ דאָלאַר אַ יאָר און באַקומען געזונט־פֿאַרזיכערונג. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט איימי לויִס אורבעל אויף aleos-urbel@bikher.org אָדער באַזוכט http://www.yiddishbookcenter.org/fellowship-program. מע וועט אָננעמען אַפּליקאַציעס ביזן 6טן יאַנואַר.
דער זומער־סעמינאַר אין ייִדישער שפּראַך אויפֿן קאָנטינענט
דער זומער־סעמינאַר אין ייִדישער שפּראַך אויפֿן קאָנטינענט, אָנגעפֿירט פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע שטודיעס, וועט פֿאָרקומען דאָס קומענדיקע יאָר אין בריסל, פֿונעם 14טן ביזן 25סטן יולי. צווישן די לערערס וואָס וועלן אָנטייל־נעמען אין דער פּראָגראַם זענען, ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי (מעדעם־ביבליאָטעק), ד׳׳ר העלען (חילה) ביר (דער שטאָטישער אוניווערסיטעט פֿון לאָנדאָן) און ד׳׳ר סאָניע פּינקאָסאָוויטש (פֿרײַער אוניווערסיטעט פֿון בריסל). פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט iej@ulb.ac.be
די „נעמי פּראַווער־קאַדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש” בײַ דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט
די יערלעכע פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך בײַ דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר וועט פֿאָרקומען דאָס קומענדיקע יאָר פֿונעם 22סטן יוני ביזן 17טן יולי. די פּראָגראַם נעמט אַרײַן דרײַ שעה פֿון שפּראַך־לעקציעס אַ טאָג און אַנטהאַלט פֿינף ניוואָען. מע וועט לערנען באַזונדערע קלאַסן פֿאַר אָנהייבערס אויף ענגליש און העברעיִש. נאָכמיטאָג וועלן די סטודענטן קענען אָנטייל־נעמען אין אַ רײַכער קולטורעלער פּראָגראַם פֿון שמועס־קלאַסן, לידער־וואַרשטאַטן און קאָנצערטן. שבת און זונטיק וועלן די סטודענטן קענען פֿאָרן אויף רײַזעס אין ירושלים, דעם נגבֿ און גליל. די צוויי אַקאַדעמישע דירעקטאָרן פֿון דער פּראָגראַם זענען ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן און ד׳׳ר חנה ווירט־נשר. פֿאַר נאָך אַינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://www.naomiyiddish.tau.ac.il/index.php/program
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174389/yiddish-around-the-world/#ixzz2lt9lbmFN