Tisha B’Av: Learning How to Argue

630 421 Jewish Website

בעת די ייִדן גרייטן זיך אָפּצומערקן תּשעה־באָב דעם קומענדיקן דינסטיק, געפֿינט זיך מדינת־ישׂראל אין אַ ביטערער מלחמה. נעמענדיק אין באַטראַכט די טרויעריקע שטימונג פֿון תּשעה־באָבֿ און די אַלטע טראַדיציע פֿון אָפּגעבן זיך אַ דין־וחשבון אין יענעס טאָג, איז איצט מסתּמא די פּאַסיקסטע צײַט פֿאַר אַזאַ תּענית.

תּשעה־באָבֿ זוכן מיר אַ פֿאַרבינדונג מיט די ייִדן, מיט אַלע ייִדן, פֿון אַמאָל — סײַ די שווערע תּקופֿות, סײַ די גליקלעכע. אויפֿהאַלטן אַזאַ אַחדות איז אָבער נישט קיין גרינגע זאַך. ווי מיר ווייסן, האָבן די ייִדן תּמיד ליב געהאַט צו פֿירן וויכּוחים — בפֿרט מיט אַנדערע ייִדן. הײַנט אויך אַזוי. הגם די מלחמה אין עזה געניסט פֿון אַ זעלטענעם קאָנסענסוס אין ישׂראל גופֿא, וואַקסט בײַ די ייִדן מחוץ ישׂראל אַ ממשותדיקע חילוקי־דעות וועגן דעם ענין. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי קענען מיר פֿירו דעבאַטעס איינער מיטן צווייטן, און גלײַכצײַטיק בלײַבן פֿאַראייניקט?

זינט די תּנכישע צײַטן, האָבן די ייִדן באַטראַכט די ענינים טויט און חורבֿה ווי געשעענישן, וואָס קומען פֿון דרויסנדיקע כּוחות, אָבער האָבן אויך פֿאַררענכט זיי ווי אַ געלעגנהייט צו באַטראַכטן אונדזערע אייגענע חסרונות און אַחריותן. חז״ל זאָגט, אַז דער צווייטער בית־המיקדש איז צעשטערט געוואָרן אינעם יאָר 70 פֿון דער איצטיקער צײַט־רעכענונג צוליב שׂינאת־חינם צווישן ייִדן — פֿײַנטשאַפֿט אָן שום סיבה.

הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק (1865־1935), דער ערשטער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון ארץ־ישׂראל און דער גרינדער פֿון דער שיטה פֿון רעליגיעזן ציוניזם, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן זאָג, אַז מע וועט בלויז קענען איבערבויען דעם בית־המיקדש דורך „אַהבֿת חינם‟ — ליבשאַפֿט אָן שום סיבה. אַז מע הערט הײַנט די ביטערע מחלוקתן, וואָס די מלחמה אין עזה האָט אַרויסגערופֿן, איז כּדאַי זיך אָפּצולערנען פֿון אַ צווייטן פּרינציפּ בײַ הרבֿ קוק: דאָס וויסן ווי אַזוי צו פּאָלעמיזירן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/180434/tisha-b-av-learning-how-to-argue/#ixzz39SyjW2Hb

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website