“Mame”, poem by Rajzel Zychlinksy

500 296 Jewish Website

רייזל זשיכלינסקי (1910־2001)

איז געבוירו געוואָרן אין גאָמבין, פּוילן. איר ערשטער באַנד פּאָעזיע, לידער, איז אַרויס אין 1936 אין וואַרשע. נישט קיין קלענערער ווי דער פּאָעט איציק מאַנגער האָט געשריבן די הקדמה דערצו, און דווקא זייער אַן ענטוזיאַסטשע. צוזאַמען מיט איר מאַן, דעם פּסיכיאַטער און שרײַבער, ד”ר יצחק קאַנטער, האָט זי פֿאַרלאָזט וואַרשע אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין רוסלאַנד וווּ זייער זון מאַרעק איז געבוירן געוואָרן.

אין 1951 האָט זשיכלינסקי עמיגרירט קיין אַמעריקע (ניו־יאָרק). דאָרטן האָט זי געוווינט כּמעט ביז די סאַמע לעצטע יאָר פֿון איר לעבן ווען זי האָט זיך איבערגעקליבן קיין בערקלי, קאַליפֿאָרניע צו זײַן לעבן איר זון. זי האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע בענד לידער אויף ייִדיש, צווישן זיי, צו לויטערע ברעגן, 1948, שווײַגנדיקע טירן, 1962, די נאָוועמבער־זון, 1977, און נײַע לידער, 1993. אין 1975 האָט זי באַקומען די מאַנגער־פּרעמיע פֿאַר דער ייִדישער פּאָעזיע. דער חורבן איז אַ וויכטיקע טעמע אין אירע ווערק.

אויף ענגליש איז אַרויס אַ פֿײַנע זאַמלונג God Hid His Face: Selected Poems of Rajzel Zychlinsky איבערגעזעצט פֿון בערל זומאָף, אַהרן קרעמער און זשיכלינסקיס זון, מאַרעק קאַנטער.

מאַמע
מאַמע,
דו האָסט פֿײַער געמאַכט.
האָסט פֿון דאַרע שטיקלעך האָלץ
צעבלאָזן אַ זון.
דו הערסט ווי מײַנע האָר שויבערן אַ דאַנק,
אַ דאַנק.
נאָר אין דרויסן וויינט נאָך אַלץ דער ווינט.
נעם אים, מאַמע, אין דײַן שירץ אַרײַן,
און וויג אים אײַן.
דער ווינט, ער וועט דיר גלויבן,
און ווי אַ שעפּסל,
צומאַכן די אויגן.
שווײַגנדיקע טירן, 1962

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.