“Mayn mame”, poem in Yiddish by Malka Lee

500 316 Jewish Website

מלכּה לי (1904־1976)
(פּסעװדאָנים פֿון מלכּה לעאָפּאָלד־ראַפּאַפּאָרט) איז געבױרן געװאָרן אין מאָנאַסטרישטש, מיזרח־גאַליציע אין אַ חסידישער משפּחה. בעת דער מלחמה איז זי מיט דער משפּחה פֿאַרװאָגלט געװאָרן קײן אונגערן און דערנאָך װין װוּ זי האָט געלעבט ביז 1918. זי האָט זיך געלערנט אין אַ פּױלישער פֿאָלקשול און גימנאַזיע. אָנגעהױבן שרײַבן לידער האָט זי אױף דײַטש אָבער אין 1921, דאָס יאָר װאָס זי האָט אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע, איז זי אַריבער צו ייִדיש. אין 1922 האָט זי דעביוטירט אין די פֿעדער, נ”י, און זינט דעמאָלט האָט זי זיך באַטײליקט מיט לידער, דערצײלונגען און מעמואַרן אין אַ סך צײַטונגען און זשורנאַלן, צװישן אַנדערע: פֿרײַע אַרבעטער שטימע, פֿרײַהײט, צוקונפֿט, טאָג־מאָרגן־זשורנאַל, אידישע קעמפֿער, די גאָלדענע קײט און קינדער־זשורנאַל.

זי און איר ערשטער מאַן, דער שרײַבער אַהרן ראַפּאַפּאָרט, זײַנען געװען באַלעבאַטים פֿון אַ באָנגעלאָ־קאָלאָניע אין הײַ פֿאָלס, נ”י, װוּ אַ גרופּע ייִדיש־אינטעלעקטואַלן פֿלעגט זיך צונױפֿקומען אױף דאַטשע. לױט דער ענציקלאָפעדיע פֿון ייִדישע פֿרויען אין אַמעריקע J[Jewish Women in America: An Historical Encyclopedia], „איר װערק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנצן דור ייִדישע פֿרױען, געבױרן און דערצױגן געװאָרן אין מיזרח־אײראָפּע בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, װאָס האָבן געפֿונען זײער אַן אַנדער לעבן אין אַמעריקע. איר פֿריִיִקע פּאָעזיע פֿלעכט צוזאַמען זכרונות פֿון דעם לעבן אין שטעטל אין אַ חסידישער משפּחה מיט די איבערלעבונגען פֿון דער װעלטלעכער אימיגראַנטישער תּקופֿה. אירע בענד אַרױסגעגעבן צװישן 1945 און 1950 שפּיגלען אָפּ דעם פּערזענלעכן װײ פֿון איינעם װאָס האָט פֿאַרלאָרן איר משפּחה און די הײם פֿון אירע קינדער־יאָרן כאָטש זי איז פֿון דער זיכערער װײַטער אַמעריקע געווען בלויז אַ צוקוקער צו דער טראַגעדיע. איר שפּעטערדיקע אַרבעט דריקט אױס אַ ליבע צו דער נאַטור און איר צוגעבונדנקײט צו אַמעריקע, װי אױך איר ציוניסטישע איבערגעגעבנקײט מדינות־ייִסראָעל.

מלכּה לי האָט אַרױסגעגעבן 6 בענד פּאָעזיע: לידער, 1932, געזאַנגען, 1940, קינות פֿון אונדזער צײַט, 1945, דורך לױטערע קװאַלן, 1950, אין ליכט פֿון דורות, 1961, אונטערן נוסנבױם, 1969 װי אױך אירע זכרונות: דורך קינדערשע אױגן, 1955 און אַ ביכל דערצײלונגען און משלים פֿאַר קינדער, מעשׂהלעך פֿאַר יאָסעלען, 1969. ‏

אַ דאַנק חנה בערמאַן און בעלאַ סאַנדערסאָן פֿון טאָראָנטע וואָס האָבן מיר צוגעשיקט דאַס ליד און זייער איבערזעצונג וואָס זיי האָבן צוגעגרייט אויף זייער מאַמעס לוויה.

מײַן מאַמען

איך שפּין אױס אַ צירונגשנור פֿאַר דיר,
פֿון אַלע מײַנע טעג און יאָרן.
מאַמע מײַנע, איך שפּיגל זיך אין דיר,
װי זון אין אַ קװאַל אַ קלאָרן.

װען מײַן טאָכטער אין װעג זיך גרײט,
שטײט דײַן פּנים איר צוקאָפּנס.
איך זאַמל אײַן דײַנע רײד,
װי זאַנגען גאָלדענע אין סנאָפּעס.

דײַן יעדעס װאָרט אין מיר פֿאַרפֿלאַנצט,
דורך יאָרן רײַפֿע, טיפֿער זײ באַנומען.
דאָס װאָס איך האָב נישט דערגאַנצט —
אין מײַנע קינדער אַרײַנגעשפּונען.

דײַן גוטסקײט, דײַן שײנקײט פֿון דײַן זײַן,
אין מײַנע אָדערן געפֿלאָסן —
האָב איך, װי גוטן רױטן װײַן,
אין כּלים גאָלדענע איבערגעגאָסן.
אין ליכט פֿון דורות, 1961

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.