Scholarships available for Yiddish teachers

1024 594 Jewish Website

סטיפּענדיעס פֿאַרן פֿערטן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערערס אױף דער ייִדיש־װאָך פֿון יוגנטרוף

באַטײליקט זיך אין פּעדאַגאָגישע װאַרשטאַטן און לעקציעס אױף יוגנטרופֿס ייִדיש־װאָך אין דער פּערלסטאָון־זומער־קאָלאָניע אין ראַיזערסטאַון, מערילענד,דעם 21סטן ־ 27סטן אױגוסט, 2012.

אַן אײנװאָכיקער ייִדיש־לערער־סעמינאַר אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה מיט כּשר עסן. די סטיפּענדיעס — פֿאַר 8 – 10 ייִדיש־לערערס אין אוניװערסיטעטן, ייִדישע שולן, ייִדיש־קלובן, און קורסן פֿאַר דערװאַקסענע — דעקן כּמעט אַלע הוצאָות אױף דער גאַנצער װאָך, אַרײַנגערעכנט דעם צימער, עסן, און אַלע לערנטעקסטן און מאַטעריאַלן. מיר קענען ניט דעקן קײן פֿאָר־הוצאָות (די װאָס האָבן זיך באַטײליקט פֿאַר אַ יאָרן (2011) מעגן הײַיאָר ניט אָנגעבן אַפּליקאַציע אױף סטיפּענדיע.)

  • באַקענט זיך און טײלט זיך מיט פּעדאַגאָגישע מעטאָדן און מאַטעריאַלן צוזאַמען מיט אײַערע קאָלעגן

  • לערנט זיך װעגן דער ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור, און קולטור אין אונדזער דערגאַנצונג־קורס

  • פֿאַרברענגט אױף דאַטשע אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה

די אַפּליקאַציע קענט איר געפֿינען דאָ:

http://yugntruf.org/yvokh/lerer-seminar/

אַפּליקאַציע־טערמין: דעם 5טן יולי, 2012

לײענט װעגן דער ייִדיש־װאָך אױף http://yugntruf.org/yvokh און גיט אַ קוק אױף אַן אַרטיקל אינעם פֿאָרװערטס װעגן אַ פֿריִערדיקן לערער־סעמינאַר: http://yiddish.forward.com/node/2311

אױב איר האָט קשיות מכּוח דער אַפּליקאַציע צי דעם סעמינאַר טוט אַ פֿרעג בײַ:

יאַנקל־פּרץ בלום (קאָאָרדינאַטאָר), lererseminar@gmail.com

דער ייִדיש־לערער־סעמינאַר װערט געשטיצט פֿון דער נעמי־פֿונדאַציע און פֿון די פֿרײַנד פֿון דעם אַרכיװ פֿון די ייִדיש־װעלטלעכע שולן אין צפֿון־אַמעריקע, סטאַנפֿאָרד־אוניװערסיטעט־ביבליאָטעקן, ספּעציעלע זאַמלונגען.

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.