New Issue of Oifn Shvel Dedicated to New Literature in Yiddish

573 411 Jewish Website

טײַערע פֿרײַנד,י
מיט אַ ביסל מיר ווי אַ חודש צוריק האָבן מיר אײַך אַרויסגעשיקט אויפֿן שוועל, נומער 358־359: נײַע ייִדישע ליטעראַטור. עס טרעפֿט זיך אַ מאָל אַז דער זשורנאַל דערגייט ניט דאָרט וווּ סע דאַרף. זײַט אַזוי גוט און לאָזט אונדז וויסן טאָמער האָט איר ניט באַקומען אײַער עקזעמפּלאַר
info@leagueforyiddish.org

און מיר וועלן אײַך תּיכּף אַרויסשיקן אַ צווייטן עקזעמפּלאַר. אגבֿ, דער נומער איז גרינג צו געדענקען. ער זעט נישט אויס ווי אַ זשורנאַל נאָר איז דאָס מאָל אין ביכל־פֿאָרמאַט.י
אַ שיינעם דאַנק.י
ווערטער פֿון דער וואָך אויף אונדזער פֿייסבוק־זײַטל
אויב איר האָט עס נאָך ניט געטאָן, טוט אַ קוק אויפֿן פֿייסבוק־זײַטל פֿון דער ייִדיש־ליגע. דאָרטן געפֿינט זיך אונדזער רובריקל “ווערטער פֿון דער וואָך” וווּ מיר גיבן יעדע וואָך אָן (און אַפֿילו צוויי מאָל אַ וואָך) ווערטער וואָס האָבן עפּעס אַ שייכות מיט אַ געוויסער טעמע: די נײַעס, פּאָליטיק, ייִדן, אאַז”וו.י
דערווײַל האָבן מיר שוין אַרויפֿגעשטעלט ווערטער/אויסדריקן פֿאַרבונדן מיטן וואַטיקאַן, פּורים, זשאַוועז און נאָך…י
לערנט זיך אויס נײַע ווערטער און לאָזט אונדז וויסן אַז מיר געפֿעלן אײַך!י

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website