America Saves the Kalashnikov

630 420 Jewish Website

איך בין גאָר ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָבן אַ מאָל  געהערט וועגן אַ פֿאָלק, וואָס הייסט „אודמורטן‟. אָבער אַזאַ פֿאָלק איז טאַקע  פֿאַראַן, די רוסן האָבן זיי קאָלאָניזירט מיט יאָרהונדערטער צוריק, געמאַכט זיי  פֿאַר פּראַוואָסלאַוונע קריסטן. זינט די 1930 יאָרן עקזיסטירט די אודמורטישע  רעפּובליק אויף דער מאַפּע פֿון רוסלאַנד, מיט דער הויפּטשטאָט איזשעווסק, וואָס  שטייט בערך אויפֿן 20סטן אָרט צווישן די גרעסטע שטעט אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד.

אַז מע עפֿנט די אינטערנעץ-זײַט אין דער רוסישער „וויקיפּעדיע‟, וואָס דערציילט  וועגן דער דאָזיקער שטאָט, געפֿינט מען אין דער רשימה פֿון די סאַמע באַוווּסטע  מענטשן, וועלכע האָבן געוווינט אין איזשעווסק, אויך דעם שפּראַכקענער שמעון  סאַנדלער (1914–2001). מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק האָט ער פֿאַרטיידיקט אַ  דיסערטאַציע וועגן לערנען דײַטש אין די אודמורטיש-שפּראַכיקע שולן. אָבער איך (און  ניט נאָר איך) געדענק אים אין גאָר אַן אַנדער קאָנטעקסט — ווי אַ קענער פֿון  ייִדיש, דעם מחבר פֿון ייִדישע לערנביכער פֿאַר רוסיש-רעדנדיקע סטודענטן.

איזשעווסק האָט אויך אַ שטיקל ייִדישע געשיכטע, וועלכע הייבט זיך אָן פֿון אַ  פּאָר צענדליק קאַנטאָניסטן. זיי, די ייִדישע זעלנער אין דער רוסישער אַרמיי  אונטערן צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן, האָט מען דערלויבט זיך באַזעצן אין דער שטאָט  נאָך אין די 1830ער יאָרן, און ברענגען ווײַבער פֿון דעם תּחום-המושבֿ. אמת,  געוויסע באַגרענעצונגען זײַנען אויף זיי פֿאָרט אַרויפֿגעלייגט געוואָרן. למשל, די  איזשעווסקער ייִדן האָבן ניט געטאָרט טראָגן אייגנאַרטיקע „ייִדישע בגדים‟, און די  פֿרויען זייערע האָט מען ניט דערלויבט צו ראַזירן זייערע קעפּ, ווײַל די אָרטיקע  רוסישע פּני איז פּשוט ניט געפֿעלן געוואָרן עסטעטיש דער דאָזיקער ייִדישער  מינהג.

אין די סאָוועטישע צײַטן פֿלעגן די ייִדן זיך באַזעצן אין דער שטאָט צוליב  אַנדערע סיבות, דער עיקר, ווײַל מע האָט געאַרבעט אין די פֿאַבריקן, וואָס זײַנען  דאָרטן אויסגעוואַקסן זינט דעם 18סטן יאָרהונדערט. מײַן שווער ע”ה האָט דאָרטן  אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט און פֿלעגט אָפֿט  זיך דערמאָנען וועגן יענע צײַטן פֿון זײַן יוגנט. איזשעווסק איז דאָך איינער פֿון  די צענטערס פֿון דער רוסישער מיליטער-אינדוסטריע, בפֿרט פֿון אויסאַרבעטן די  וועלט-באַרימטע קאַלאַשניקאָוו-ביקסן.

מע שאַצט אָפּ, אַז הײַנטיקע טעג דרייען זיך ערגעץ אין דער גאָרער וועלט אַרום  אַ הונדערט מיליאָן קאַלאַשניקאָווס פֿון פֿאַרשיידענע מאָדעלן. נאָר אַ קליינער  טייל פֿון זיי זײַנען אויסגעאַרבעט אין איזשעווסט צי, בכלל, אין רוסלאַנד. מע  פּראָדוצירט זיי אין צענדליקער אַנדערע לענדער. דאָס איז איינע פֿון די סיבות,  פֿאַר וואָס די איזשעווסקער אונטערנעמונגען גופֿא לעבן לעצטנס איבער שווערע צײַטן.  די דאָזיקע פֿאַבריקן זײַנען דאָך אויסגערעכנט אויף אַ גרעסערן פֿאַרנעם פֿון דער  פּראָדוקציע, אָבער דער מאַרק איז געוואָרן קלענער. אין סעפּטעמבער האָט מען  געוויזן ווי דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין איז באַזאָרגט מיטן גורל פֿון  קאַלאַשניקאָוו-ביקסן. מע האָט באַשלאָסן טיילווײַז צו פּריוואַטיזירן דאָס גאַנצע  קאַלאַשניקאָוו-געשעפֿט און אויסניצן די פּריוואַטע געלטער, כּדי מאָדערניזירן די  געווער-אונטערנעמונגען.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/173094/america-saves-the-kalashnikov/#ixzz2gncJzQQy

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website