Was Ben Gurion Really Anti-Yiddish?

620 365 Jewish Website

שוין יאָרן לאַנג וואָס בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדיש ווערט דוד בן־גוריון, דער  ערשטער פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל, באַטראַכט ווי אַ שׂונא פֿון דער ייִדישער  שפּראַך — צום גרויסן טייל, צוליב אַ נעגאַטיוון קאָמענטאַר, וואָס ער האָט געמאַכט  בעת אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון דער הסתּדרות אין 1945.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט בן־גוריון דווקא זייער גוט גערעדט און געשריבן  אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו אָפּגעהאַלטן עפֿנטלעכע רעדעס אויף ייִדיש,  אַרײַנגערעכנט אַ רעדע אין שוועדן אין 1962, וואָס מע האָט דעמאָלט רעקאָרדירט און  וואָס מע קאָן הײַנט הערן אַן אויסצוג דערפֿון אויף דער אינטערנעץ. די רעקאָרדירונג  איז מערקווירדיק ווײַל עס ווײַזט אונדז ווי נאַטירלעך און היימיש דאָס ייִדישע לשון  האָט זיך גערעדט בײַ אים אויף דער צונג

אין דער אמתן, איז דער עפּיזאָד אין 1945 שוין אַזוי פֿיל מאָל איבערדערציילט  און „פֿאַרפּוצט‟ געוואָרן, אַז ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט פּונקט וואָס ס׳איז  טאַקע געשען. לויט דער ישׂראלדיקער היסטאָריקערין, רחל ראָזשאַנסקי, איז בן־גוריון  געווען איינער פֿון עטלעכע גאַסטרעדנער אויף דער זעקסטער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער  הסתּדרות. די ערשטע רעדנערין איז געווען רוזשקאַ קאָרטשאַק, אַ העלדין פֿון דער  ווילנער געטאָ און די פּאַרטיזאַנער. די אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן  זי געהאַט פֿאַרבעטן צו דערציילן אירע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן. זי האָט  גערעדט אויף ייִדיש — נישט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות, נאָר ווײַל קיין העברעיִש  האָט זי נישט געקענט.

ווען בן־גוריון, דער צווייטער רעדנער, איז אויפֿגעטראָטן, האָט ער אָנגעהויבן  זײַן רעדע מיט די ווערטער: „למרות שהחבֿרה שלפֿני דברה בשׂפֿה זרה וצורמת…‟ [נישט  געקוקט אויף דעם, וואָס די פֿריִערדיקע רעדנערין האָט גערעדט אין אַ פֿרעמדער,  גרילצנדיקער שפּראַך…] — אָבער ער האָט אַפֿילו נישט געקאָנט ענדיקן זײַן זאַץ,  ווײַל דער עולם האָט אויסגעשאָסן מיט טומלדיקע פּראָטעסטן.

דעם צווייטן טאָג איז זײַן באַמערקונג אָפּגעדרוקט געוואָרן אין די טעגלעכע  צײַטונגען אין ישׂראל און אין דער ייִדישער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן,  און האָט איבער דער וועלט פֿאַראייביקט זײַן אימאַזש, ווי אַ פֿאַרברענטער קעגנער  פֿון ייִדיש, און ווי דער כּוח הינטער דער דיסקרימנאַציע קעגן ייִדיש אין די 1940ער  און 1950ער יאָרן. אַפֿילו מיט יאָרן שפּעטער, בעת אַ באַזוך אין בוענאָס־אײַרעס,  האָט דער עולם גענומען אויספֿײַפֿן בן־גוריון, ווען ער האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע  אויף העברעיִש.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/169144/ben-gurion/#ixzz2jtRQXPcw

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website