Chabad After Lubavitch

630 326 Jewish Website

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ ייִד מיט אַ באָרד און  יאַרמלקע, וועלכער האָט אויף מיר מיט גרויס התפּעלות אָנגעשריגן, אַז ער איז אַ  טראָצקיסט. שבת, מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָט מיך אַן אַנדער מענטש, אַ גר,  פֿאַרבעטן צו דער סעודה און דערקלערט, ווי אַזוי די קאָמוניסטישע שיטה פֿונעם  איטאַליענישן פֿילאָסאָף אַנטאָניאָ גראַמשי שטימט מיט ייִדישקייט.

וווּ נעמט מען מענטשן מיט אַזעלכע עקלעקטישע געדאַנקען? אַוודאי, אין  ליובאַוויטש. מיט 22 יאָר צוריק, אינעם יאָר תּשנ״ב (1992), האָט דער ליובאַוויטשער  רבי צום לעצטן מאָל אויפֿגעטראָטן מיט אַ שׂיחה פֿאַרן יערלעכן כּינוס־השלוחים —  דער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענפֿאָר פֿון זײַנע שליחים. דאָס איז אויך  געווען די לעצטע שׂיחה, וועלכע ער האָט אַליין אינגאַנצן רעדאַקטירט. מיט עטלעכע  חדשים שפּעטער, האָט דער רבי געליטן פֿון זײַן ערשטער אַפּאָפּלעקסיע; מיט צוויי  יאָר שפּעטער איז ער ניפֿטר געוואָרן.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָבן אַ צאָל רבנים באַטראַכט די דערמאָנטע לעצטע  שׂיחה פֿונעם רבין, זוכנדיק אין איר רמזים און עצות, ווי אַזוי זיי זאָלן זיך פֿירן  הײַנט, אָן אַ לעבעדיקן מנהיג. הרבֿ גרשון אַבֿצון, דער ראָש־ישיבֿה פֿון דער  ליובאַוויטשער ישיבֿה אין סינסינעטי, האָט גערופֿן די חסידים צו גלייבן ווײַטער,  אַז דער רבי איז נישט געשטאָרבן. ער וועט קומען צוריק, טרייסט דער רבֿ די לייענער  פֿון דער וועבזײַט „Chabadinfo‟, און וועט זיך אַנטפּלעקן ווי דער מלך־המשיח.

צוליב אַזעלכע און מער ראַדיקאַלע משיחישע געדאַנקען האָט חב״ד פֿאַרדינט אַ  צווייפֿלהאַפֿטיקע רעפּוטאַציע פֿון אַ געפֿערלעך־ווילדער חבֿרה. די עקסטרעמסטע  משיחיסטן האָבן זיך דערטראַכט צו פֿאַרגלײַכן דעם רבין מיט גאָט; הרבֿ אַריאל  סאָקאָלאָווסקי, אַ קעשענעווער ייִד, פֿאַרשפּרייט אַזאַ ווילדע שיטה אינעם שטאַט  אָרעגאָן; ס׳רוב ליובאַוויטשער רבנים באַטראַכטן עס ווי אַ כּמו־קריסטלעכע  כּפֿירה.

אַ סך ייִדישע נײַעס אַרום דעם וועלט האָבן צו טאָן מיט „חב״ד־ליובאַוויטש‟.  למשל, אַ חב״ד־הויז אין אויסטראַליע האָט באַזאָרגט מיט דער צײַטווײַליקער  הכנסת־אורחים די געליטענע פֿון די אַנומלטיקע וואַלד־שׂריפֿות; 850 ייִדישע  סטודענטן זענען געקומען צו גאַסט אין דער ברוקלינער ליובאַוויטשער קהילה, כּדי  מקבל־פּנים צו זײַן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אין אַ סך שטעט  דרייט זיך דאָס ייִדישע קהילה־לעבן פֿאַקטיש אינגאַנצן אַרום די אָרטיקע  חב״ד־צענטערס. נישט געקוקט אויף דער קריטיק, קאָן קיינער נישט אָפּלייעקענען, אַז  דעם ליובאַוויטשער רבין האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ מעכטיקע  וועלט־באַוועגונג.

ווייניק מענטשן טראַכטן זיך הײַנט אַרײַן, פֿאַרוואָס די באַוועגונג  „חב״ד־ליובאַוויטש‟ טראָגט דווקא אַזאַ טאָפּלטן נאָמען. אין דער אמתן, איז  פֿאַראַן אַ וויכטיקער חילוק צווישן די צוויי באַגריפֿן, ווײַל ליובאַוויטש איז  בלויז איין צווײַג פֿונעם ברייטערן חב״ד־חסידות. אַמאָל האָבן עקזיסטירט אַ סך  פֿאַרשיידענע צווײַגן פֿון דער דאָזיקער חסידישער שיטה, אַחוץ ליובאַוויטש, אין אַ  גאַנצער ריי רײַסישע און אוקראַיִנישע שטעטלעך, אַרײַנגערעכט קאָפּוסט, באָברויסק,  נעזשין און רעטשיצע; ס׳איז אַפֿילו געווען אַ צווײַג אין קעשענעוו.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/173765/chabad-after-lubavitch/#ixzz2nko3EyHG

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website