זינט דער דערפֿינדונג פֿון ביכערדרוק זײַנען נײַע טעכנאָלאָגישע חידושים כּסדר געװען אַ װיכטיקער כּלי פֿאַרן אַנטװיקלען און פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע קולטור. איצט איז געקומען אַ נײַער טעכנישער נס, װאָס װעט בלי־ספֿק באַרײַכערן אונדזערע קענטענישן פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין משך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אַרױסגעשטעלט אױף דער אינטערנעץ די רײַכע זאַמלונג פֿון אוידיאָ־רעקאָרדירונגען פֿון דער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל, די „פֿרענסיס בראַנדט ייִדישע אוידיאָ־ביבליאָטעק‟, װאָס נעמט אַרײַן בסך־הכּל מער װי טױזנט רעקאָרדירונגען.
צװישן די דאָזיקע אוצרות זײַנען פֿאַראַן אינטערװיוען, װאָס דער ייִדישער דיכטער און קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט געמאַכט מיט די ייִדישע פּאָעטן פֿאַר זײַן קלאַנג־אַנטאָלאָגיע „די שטים פֿון ייִדישן פּאָעט‟. די דאָזיקע שמועסן זײַנען אַן אוניקאַלער, אָבער װײניק־באַקאַנטער מקור פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. עס גײט דאָ ניט בלױז אין דעם, װאָס מען קאָן הערן ה. לײװיקן, יעקבֿ גלאַטשטײנען, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעסן און אַנדערע פּאָעטן לײענען זײערע לידער. מען קאָן זײ אױך הערן ווי זיי ריידן אַרום פּאָעזיע מיט איינעם פֿון די גרעסטע מומחים פֿון זײערע צײַט.
די דאָזיקע שמועסן, װאָס דױערן מער װי אַ שעה צײַט, לאָזן אַ סך בעסער צו פֿאַרשטײן סײַ דעם אײגענעם געדאַנקענגאַנג פֿון די ייִדישע דיכטער, סײַ די אינעװײניקע געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. יעדער דיכטער רעדט װעגן דעם, װאָס איז אַזױ פּאָעזיע בכלל און דער ייִדישער מאָדערניזם בפֿרט. זאָגט לײװיק: „דער פּאָעט באַטראַכט זיך, אַז אים איז עפּעס געגעבן געװאָרן דאָס, װאָס מען קען אָנרופֿן אַנטפּלעקונג […] און ער באַטראַכט זיך װי אײנער, װאָס נעמט זיך דאָס רעכט ניט דורך אַ געװיסער גאװה, נאָר פֿאַרקערט, דורך אַ געװיסער אינערלעכער באַשײדנקײט, און דורך אַן אינערלעכן גרױסן גלױבן אין אַ שליחות‟.
[…]