ווילדע אומרוען זענען פֿאָרגעקומען אין מיזרח־ירושלים, אַ טאָג נאָך דעם, וואָס אַ 16־יאָריקער פּאַלעסטינער איז געשטאָרבן נאָכן דערשאָסן ווערן דורך צה׳׳ל־זעלנער מיט אַ וואָך פֿריִער.
דער טאַטע פֿונעם יונגן מאַן, מאָהאַמעד אַבד אַל־מאַזשיד סונוקרוט, האָט געזאָגט רעפּאָרטערס, אַז זײַן זון האָט געהאַלטן אין מיטן רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן און האָט ניט אָנטיילגענומען אין קיין פּראָטעסט, ווען אַ סאָלדאַט האָט אים דערשאָסן אין קאָפּ מיט אַ גומע־באַדעקטער קויל, דעם ערשטן סעפּטעמבער אינעם אַראַבישן קוואַרטאַל „וואַדי־דזשאָז‟.
די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט געזאָגט דער AP, דורך איר וואָרטזאָגער מיקי ראָזענפֿעלד, אַז דער יונגערמאַן איז ניט געטראָפֿן געוואָרן מיט קיין גומע־באַדעקטער קויל אין קאָפּ, נאָר מיט אַ שוואָם־באַדעקטער קויל אין פֿוס, און אַז ער איז געשטאָרבן צוליב דעם, וואָס ער איז געפֿאַלן אויף דער ערד און צעקלאַפּט דעם קאָפּ. ראָזענפֿעלד האָט ווײַטער דערקלערט, אַז דער יוגנטלעכער האָט געהאַלטן אין וואַרפֿן שטיינער אין דער צײַט, ווען מע האָט אים דערשאָסן.
דאָס געביין פֿונעם יוגנטלעכן וועט מען אַריבערפֿירן אינעם „אַבו־קאַביר פֿאָרענזישן אינסטיטוט‟, וווּ אַ פּאַלעסטינער דאָקטער וועט דורכפֿירן אַ פּאַלמעס.
נאָך דעם וואָס מע האָט אַנאָנסירט אַז מאָהאַמעד אַבד אַל־מאַזשיד סונוקרוט איז געשטאָרבן, האָבן פֿאַרמאַסקירטע פּאַלעסטינער אַטאַקירט אַ גאַז־סטאַנציע אינעם ייִדישן קוואַרטאַל „הגבֿעה הצרפֿתית‟ אין מיזרח־ירושלים. לעבן דער גאַז־סטאַנציע האָט מען אויך פֿאַרשטיינערט אויטאָס מיט ישׂראלדיקע ליצענצשילדן, פֿאַרוווּנדענדיק דערבײַ צוויי מאָטאָריסטן. דער ירושלימער בירגערמײַסטער, ניר ברקת, האָט געבעטן די פּאָליציי אָנצונעמען שטרענגע שריט קעגן די דעמאָנסטראַנטן.