ייִדיש־פֿאַרם זומער־פּראָגראַם
מיט דער שטיץ פֿון דער נעמי פּראַװער כּדר פֿונדאַציע
אָנהײבערס: דעם 1טן יוני ביזן 1טן יולי
װײַטהאַלטערס: דעם 1טן יולי ביזן 20סטן אױגוסט
די באַטייליקערס אין דער פּראָגראַם וועלן וווינען צוזאַמען אױף דער פֿאַרם במשך פֿונעם זומער. װען זײ אַרבעטן נישט אין די פֿעלדער, װעלן זײ זיך פֿאַרנעמען מיט פֿאַרשידענע אַקטיװיטעטן און קלאַסן. מע װעט זיך לערנען שפּינען און װעבערײַ, זויערן אוגערקעס און הינער–האָדעוואַניע, װי אױך ייִדישע געשיכטע, טעאַטער און מוזיק. אַזױ װי מע װעט זיך לערנען די מלאכה פֿון ערד־אַרבעט אין דער פּראָגראַם, פֿאַרלאַנגען מיר נישט קײן שום פֿאַרם־דערפֿאַרונג פֿון די באַטײליקערס.
פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, ביטע שרײַבט ישראל באַס אַ בליצבריװל: yisroel@yiddishfarm.org
גיט דאָ אַ קוועטש צו מאַכן אַן אַפּליקאַציע פֿאַר דער ווײַטהאַלטער–פּראָגראַם
7-day Programs for Beginners and Advanced
Click here to learn more
Leave a Reply