Living Jewishly Through Sign Language

630 326 Jewish Website

אַ דאַנק די מעגלעכקייטן פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, איז הײַנט אַ סך  גרינגער צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט דער וועלט, סײַ געזעלשאַפֿטלעך, סײַ  פּראָפֿעסיאָנעל.

קל־וחומר איז אַזוי אין די טויבע און שווער־הערעוודיקע קרײַזן, וווּ די  אינטערנעץ, טעקסט־אָנזאָגן און „סקײַפּ‟ האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן אַן אמתדיק געפֿיל  פֿון קהילהשאַפֿט, און האָט פֿאַרשטאַרקט דעם שטאָלץ אין דער טויבער געזעלשאַפֿט.  געוויסע אַקטיוויסטן טענהן, אַז מע זאָל בכלל נישט באַטראַכטן טויבקייט פֿאַר אַ  פֿיזישן מום, נאָר דווקא ווי אַן אַלטערנאַטיווע קולטור.

זיך אויסלעבן ווי אַ טויבער ייִד איז אָבער נישט אַזוי גרינג. אמת, דאָ און  דאָרט געפֿינט מען אַ שטיקל „אָאַזיס‟: אין טאָראָנטאָ געפֿינט זיך אַ מיטלשול  פֿאַר טויבע בחורים — „ישיבֿת נפֿש דוד‟, און אין באָלטימאָר וווינען צוויי טויבע  רבנים, פֿרעד פֿרידמאַן און דוד קאַסטאָר, וועלכע פֿירן אָן מיט פֿאַרשידענע  אַקטיוויטעטן פֿאַר פֿרומע טויבע ייִדן. פֿון דעסטוועגן, איז דאָס ווײַט נישט דער  כּלל. זייער ווייניק סינאַגאָגעס שטעלן צו אַן איבערזעצער בעת דעם דאַווענען אָדער  דבֿר־תּורה, און די ייִדישע טאָגשולן און נאָכמיטאָג־שולן האָבן אויך ביז איצט  ווייניק געטאָן צו העלפֿן די טויבע און שווער־הערעוודיקע מיטגלידער פֿון דער  קהילה.

ליאַנאַ יעלען, אַ 26־יאָריקע סטודענטקע פֿון שטום־לשון איבערזעצערײַ, האָפֿט,  אַז זי וועט קענען, אויף איר אייגענעם אופֿן, צונויפֿברענגען די צוויי וועלטן — די  ייִדישע און די טויבע. הײַיאָר ענדיקט זי איר מאַגיסטער אינעם  „גאָלאָדעט־אוניווערסיטעט‟ אין וואַשינגטאָן, אַ לערן־אַנשטאַלט פֿאַר טויבע און  שווער־הערעוודיקע, אָבער בײַ איר איז עס נישט בלויז אַ פֿאַך. זי איז אויך  געזעלשאַפֿטלעך אַקטיוו אין די טויבע קרײַזן, און עטלעכע פֿון אירע נאָענטסטע  פֿרײַנד זענען טויבע. טאַקע דערפֿאַר פֿילט זי זיך אַליין ווי אַ טייל פֿון דער  טויבער געזעלשאַפֿט.

ליאַנאַ, אַ פֿליסיקע ייִדיש־רעדערין, וועלכע איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן  אין שיקאַגע, האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן אַ סעריע שבתדיקע וועטשערעס,  וואָס זי האָט אָרגאַניזירט אין וואַשינגטאָן, בײַ איר אין „משה־הויז‟, וווּ זי  האָט געוווינט.

„כ׳האָב צונויפֿגעבראַכט טויבע און הערעוודיקע יונגע לײַט, צו פֿאַרברענגען  צוזאַמען אין אַ ׳שטומער׳ סבֿיבֿה; מיט אַנדערע ווערטער — אַ סך שטום־לשון און  זייער ווייניק רעדן,‟ האָט ליאַנאַ דערקלערט. די געוויינטלעכע טראַדיציעס  פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ווי דאָס זינגען „שלום־עליכם‟, מאַכן קידוש און המוציא, האָט  מען אַלץ געמאַכט אויף שטום־לשון.

די וועטשערעס, וואָס זי האָט גערופֿן Voices of Shabbat (די קולות פֿון שבת),  האָבן טאַקע צוגעצויגן אַ סך געסט.

„פֿאַרן ערשטן מאָלצײַט האָב איך אַליין אַלץ געקאָכט, אָבער ס׳איז געווען זייער  שווער, ווײַל ס׳זענען געקומען 40 מענטשן!‟ האָט ליאַנאַ דערציילט. צוליב דעם סוקצעס  פֿון דער אונטערנעמונג, האָט זי זיך געוואָנדן צו די פֿאַרוואַלטער פֿון די  „משה־הײַזער‟, און באַקומען בײַ זיי גרעסערע פֿאָנדן צו אָרגאַניזירן די  ווײַטערדיקע „שטומע שבתים‟, און דערבײַ שוין באַשטעלט צוגעגרייטע מאכלים פֿון אַ  ליוועראַנט.

כּדי אַרײַנצוברענגען אַ רוחניותדיקע שטימונג, האָט ליאַנאַ אויך פֿאַרבעטן הרבֿ  יהושע סודאַקאָף, אַ יונגער טויבער רבֿ פֿון ראָטשעסטער, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ  ייִדישקייט־וועבזײַט פֿאַר טויבע http://jewishdeafmm.org, גיט שיעורים אויף  שטום־לשון, און העלפֿט צו אָרגאַניזירן אונטערנעמונגען פֿאַר די טויבע לכּבֿוד  פּורים, סוכּות און חנוכּה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז הרבֿ סודאַקאָף געווען אין  מאָסקווע, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַן אויפֿפּאַסער אינעם ערשטן זומער־לאַגער  פֿאַר טויבע רוסיש־ייִדישע ייִנגלעך.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/171680/living-jewishly-through-sign-language/#ixzz2cA1lkwU9

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website