Summer Camp Where Jews of Color Feel “Normal”

630 383 Jewish Website

פּעטאַלומע, קאַליפֿאָרניע. — אין אַ קילן אָוונט לעצטנס, זענען די ייִדישע קעמפּערס אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע און רעציטירט לידער, וואָס זיי האָבן אָנגעשריבן אויף דער טעמע, אידענטיטעט. איין מיידל האָט באַשריבן אירע געפֿילן, ווען מע רייצט זי צוליב אירע „געדיכט־געקרײַזלטע האָר‟. אַ צווייטע האָט פֿאָרגעלייענט אַ גראַמענדיק לידל וועגן דער פֿראַזע וואָס זי הערט כּסדר — „אָבער דו זעסט נישט אויס ווי קיין ייִד‟.

„קעמפּ בכל לשון‟ איז נישט קיין טיפּישער ייִדישער זומער־לאַגער; ער איז דער איינציקער אין לאַנד פֿאַר קינדער מיט אַ טונקעלער הויט.

„אונדזער ציל איז צו געבן די קינדער אַ געלעגנהייט צו פֿילן זיך נאָרמאַל אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה,‟ האָט דערקלערט דײַאַן טאָבין, די גרינדערין און דירעקטאָרין פֿון דער מאַמע־אָרגאַניזאַציע פֿונעם לאַגער — „בכל לשון‟, וואָס פּריידיקט אַן עטנישע, ראַסישע און קולטורעלע פֿאַרשידנאַרטיקייט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.

די 61־יאָריקע טאָבין און איר פֿאַרשטאָרבענער מאַן, גאַרי טאָבין, האָבן געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע אין יאָר 2000, דרײַ יאָר נאָכן אַדאָפּטירן אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִנגעלע. דער לאַגער, וואָס פֿירט איצט דורך זײַן זעקסטן סעזאָן, פּראַוועט ייִדישע טראַדיציעס דורך פּעדאַגאָגישע אַקטיוויטעטן, וואָס אָנערקענען די פֿיל־פֿאַרביקייט פֿון די הײַנטיקע ייִדן איבער דער וועלט.

יעדן אינדערפֿרי, נאָכן באַטייליקן זיך אין פֿאַרשידענע ספּאָרט־אַקטיוויטעטן, דאַרפֿן די קעמפּערס זאַמלען „רמזים‟ וועגן אַ געוויס לאַנד, וואָס זיי וועלן אין יענעם טאָג „באַזוכן‟; דערנאָך גייען זיי דורכן גרענעץ־קאָנטראָל, וווּ מע שטעלט זיי אַ שטעמפּל אין זייערע אַליין־געשאַפֿאַנע פּאַספּאָרטן. במשך פֿונעם טאָג, מאַכן די קינדער פֿאַרשידענע קונסטווערק אינספּירירט פֿונעם לאַנד, וואָס זיי באַזוכן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/180878/summer-camp-where-jews-of-color-feel-normal/#ixzz3BWSRBmAO

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website