Words of the Week: Solidarity

800 537 Jewish Website

We stand in solidarity and mourning with the Tree of Life – Or L’Simcha community and HIAS, and united against intolerance and bigotry.

הײַנט שטײען מיר פֿאַרטרױערט און פֿאַראײניקט מיט עץ חיים – אור לשמחה און מיטן הײַאַס, קעגן אומטאָלעראַנץ און ביגאָטישקײט.

bigotry: די/דאָס פֿאַרגלײ֜בטקײט; די/דאָס ביגאָ֜טישקײט; דער פֿאַנאַטי֜זם
[DI/DOS FARGLÉYBTKEYT; DI/DOS BIGÓTIShKEYT/ DER FANATÍZM]

extremism: דער עקסטרעמי֜זם
[DER EKSTREMÍZM]

candlelight vigil: די לי֜כטל־שמירה; די לי֜כטלװאַך
[DI LÍKhTL-ShMÍRE; DI LÍKhTLVAKh]

hold/stand vigil: װאַכן
[VAKhN]

intolerance: די או֜מטאָלעראַ֜נץ
[DI ÚMTOLERÁNTS]

mourn (vt.): טרױ֜ערן אי֜בער; באַװײ֜נען
[TRÓYERN ÍBER; BAVÉYNEN]

mourn (vi.): טרױ֜ערן
[TRÓYERN]

mourning: דער טרױ֜ער; דאָס אַבֿלות
[DER TRÓYER; DOS AVÉYLES]

mutual aid society: די געזע֜לשאַפֿט פֿאַר אַנאַ֜נדיקער הילף
[DI GEZÉLShAFT FAR ANÁNDIKER HILF]

mutual aid society (J.) דאָס/דער גמילת־חסד, ־ים; די חבֿרה גמילות־חסדים; דער גמ״ח
[DOS/DER GMÍLES-KhÉSED, -Kh(A)SÓDIM; DI KhÉVRE GMÍLES-Kh(A)SÓDIM; DER GEMÁKh]

solidarity: די/דאָס סאָלידאַ֜רישקײט; די סאָלידאַריטע֜ט; די/דאָס אײ֜ניקײט
[DI/DOS SOLIDÁRIShKEYT; DI SOLIDARITÉT; DI/DOS ÉYNIKEYT]

stand in solidarity: זײַן סאָלידאַ֜ריש
[ZAYN SOLIDÁRISh]

stand together/united: שטיין אין איי֜נעם; שטיין פֿאַראיי֜ניקט
[ShTEYN IN ÉYNEM; ShTEYN FARÉYNIKT]

support (n.): די/דער שטיץ; די אונטערשטי֜צונג
[DI/DER ShTITS; DI UNTERShTÍTSUNG]

support each other: שטיצן איינס ס׳אַ֜נדערע; שטיצן איי֜נער דעם צווייטן
[ShTITSN EYNS S’ÁNDERE; ShTITSN ÉYNER DEM TSVEYTN]

unity: די/דאָס אײ֜ניקײט; די/דאָס געאײ֜ניקטקײט; די/דאָס אײ֜נסקײט; דאָס אַחדות
[DI/DOS ÉYNIKEYT; DI/DOS GEÉYNIKTKEYT; DI/DOS ÉYNSKEYT; DOS ÁKhDES]

vigil: די שמירה, ־ות; די װאַך, ־ן
[DI ShMÍRE, -S; DI VAKh, -N]

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website